VIDEO: The yeshiva student who became a poet

ס׳איז לעצטנס אַרויס אויף יוטוב אַן אינטערוויו מיטן טאַלאַנטירטן ייִדישן פּאָעט און איבערזעצער ירמיהו אַהרן טאַוב. דער שמועס, געפֿירט פֿון אלי בענעדיקט און פּראָדוצירט דורך דער „ייִדיש־ליגע“, איז אין גאַנצן אויף ייִדיש.

דער ווידעאָ איז טייל פֿון אַן אָנגייענדיקער סעריע אינטערוויוען מיט הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע פּערזענלעכקייטן.

‫‫ירמיהו אַהרן טאַוב איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן בײַ אַן אָרטאָדאָקסישער משפּחה אין פֿילאַדעלפֿיע און וווינט הײַנט אין וואַשינגטאָן. ער איז דער מחבר פֿון זעקס פּאָעזיע־ביכער און צוויי פּראָזעביכער אויף ייִדיש און ענגליש.

אין 2014 איז אין פּויזן, פּוילן, אַרויס אַ קאָמפּאַקטדיסק מיט נײַן פֿון זײַנע מוזיקירטע ייִדישע לידער. אין 2020 איז פּובליקירט געוואָרן זײַן איבערזעצונג פֿון די זכרונות פֿון ירחמיאל בריקס — אַ טרילאָגיע פֿון בריקסעס אויטאָביאָגראַפֿיעס, אַרײַנגערעכנט זײַן לעבן אין אַ חסידישן שטעטל פֿאַרן חורבן, דאָס ערשטע יאָר פֿון דער מלחמה, און זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ צוואַנג־אַרבעטער בײַ די דײַטשן.‫

אין דעם ווידעאָ דערציילט טאַוב וועגן זײַן נײַ בוך, Blessed Hands: Stories — אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון פֿרומע האַלפּערנס זאַמלונג דערציילונגען „געבענטשטע הענט“. ער לייענט פֿאָר פֿון זײַן פּאָעזיע, און דערציילט וועגן זײַן אייגענער לעבנס־געשיכטע.

The post VIDEO: The yeshiva student who became a poet appeared first on The Forward.



from The Forward https://ift.tt/pdHjoeh

Comments

Popular posts from this blog