איבערגעזעצט פֿון העברעיִש פֿון אלי שאַרפֿשטיין וועגן פֿיר בנים דערציילט אונדז די תּורה. איך פֿאַרבעט אײַך זיך צו באַקענען מיט די פֿיר בנים, וואָס לעבן אין מיר. פֿיר בנים. אַמאָל העלפֿן זיי מיר אויפֿשטײַגן, און אַמאָל האַלטן זיי אָפּ מײַן פֿאָרויסגיין. נאָר אַלע פֿיר ווילן פֿאַר מיר דאָס בעסטע, און טוען אַלץ מיך צו פֿאַרהיטן. אַלע מאָל, ווען איך וויל אָנהייבן עפּעס א נײַע זאַך, אַ נײַעם פּראָיעקט, מאַכט דער רשע אַ געוואַלד: „טו ניט, דו ביסט נישט קיין מומחה, ס’איז נישט ווערט דײַן אַרבעט, אַ שאָד דײַנע כּוחות, דו ביסט שוין נישט אַזוי יונג.“ דער, וואָס ווייסט נישט וואָס צו פֿרעגן, ער רעדט מיט אויסרוף צײַכנס. זײַן לשון־אוצר איז פֿול מיט ווערטער ווי: „זיכער! אַוודאי! נישטאָ קיין ספֿק! מיר איז אַלץ קלאָר!“ ער מיינט, אַז ער מאַכט מיך שטאָלצער ווען ער וויל פֿאַרשטאַרקן מײַן „איך“, מײַן עגאָ. ער קריטיקירט, מישפּט און האָט קיין מאָל נישט קיין טעות. דעם תּם האָב איז זיך אויסגעלערנט ליב צו האָבן נאָר דאַן, ווען איך האָב אַוועקגעשיקט די ערשטע צוויי זיך אָפּרוען אַ ביסל. דער תּם האָט נישט מו...